Yi
الله الله الله الله سَيَّدِي الله
الله الله الله اَلْعَظِيْمُ الله
אללה אללה אללה אללה מיין האר אללה
אללה אללה אללה דער גרויסער אללה
أَيَا مُرِيْدَ اللهُ نُعِيدْ لَكْ قَوْلِ اصْغَهْ
إِذَا تَفْهَمْ قَوْلِي بِهِ تَصِلْ لِلّهْ
אָ דו שטרעבער נאָך אללה, איך חזר איבער מיין וואָרט, הער זיך צו
אויב דו וועסט פאַרשטיין מיין רייד, וועסטו דורך דעם דערגרייכן אללה
عَلَيْكَ يَا مُرِيدْ بِخَمْرَةِ التَّوْحِيدُه
وَإِنْ تَبْغِ الْمَزِيدْ فَالْغَيْرُ عَنْكَ انْسَهْ
נעם אויף זיך, אָ שטרעבער, דעם וויין פון אחדות
און אויב דו ווילסט מער, דעמאָלט פאַרגעס אין דעם "אַנדערע"
فَاذْكُرْ الاسْمَ الْأَعْظَمْ وَاطْوِ الْكَوْنَ تَغْنَمْ
وَخُضْ بَحْرَ الْقِدَمْ فَذَاكَ بَحْرُ الله
געדענק דעם גרעסטן נאָמען און פאָלד צונויף די וועלט צו געווינען
און טונק זיך איין אין דעם ים פון קדמוניות, דאָס איז דער ים פון אללה
وَخُضْ بَحْرَ الْأَنْوَارْ وَالْمَعْنَى وَالْأَسَرَارْ
وَافْنِ هَذِي الدِّيَارْ يَبْلُغْ قَلْبُكْ مُنَاهْ
טונק זיך איין אין דעם ים פון ליכט, באַדייטונגען און סודות
און ווער בטל אין די דאָזיקע וועלטן, דיין האַרץ וועט דערגרייכן זיין וואונטש
وَلْتَفْنَ في الْمَعْبُودْ تَذُوقْ مَعْنَى الشُّهُودُ
إِذْ لَيْسَ ذَا الْوُجُودْ إِلَّا مِنْ نُورِ الله
ווער בטל אינעם באַשעפער צו פאַרזוכן דעם טעם פון עדות
וואָרעם די דאָזיקע עקזיסטענץ איז גאָרנישט אַחוץ פונעם ליכט פון אללה
الْمُلْكُ وَالْمَلَكُوتْ كَذَاكَ الْجَبَرُوتْ
فَكُلُهَا نُعُوتْ وَالذَّاتُ مُسَمَّاهُ
די וועלטן פון מלכות, מלאכים, און גבורה
דאָס אַלץ זענען באַשרייבונגען, און דאָס עצמות איז דער באַצייכנטער
فَغِبْ عَنِ الصِّفَاتْ وَافْنَ في ذَاتِ الذَّاتْ
هَذِي تَلَوُّنَاتْ مَصِيرُهَا لِلِهُ
פאַרשווינד פון די מידות און ווער בטל אינעם עצמות פון עצמות
דאָס זענען פאַרשידענע פאַרבן וואָס קערן זיך אום צו אללה
إِلَيْهِ الْمُنْتَهَى وَمِنْهُ الْمُبْتَدَا
وَالْآنَ قَدْ بَدَا وَالْكَوْنُ فِي حُلَاهْ
צו אים איז דער סוף און פון אים איז דער אָנהייב
און איצט האָט ער זיך באַוויזן, און די וועלט איז אין זיין פּראַכט
لَهُ الْكَوْنُ مِرْآتْ وَمَظْهَرُ الصِّفَاتْ
مُحَمَّدْ نُورُ الذَّاتْ عَلَيْهِ صَلَّى الله
פאַר אים איז די וועלט אַ שפּיגל און אַן אַנטפּלעקונג פון מידות
מוחמד איז דאָס ליכט פונעם עצמות, אויף אים זאָל אללה בענטשן
الْعَلَاوِيْ يَقُوْلْ قَوْلًا مِنْهُ مَقْبُولُ
تَهِيْمُ بِهِ الْعُقُولْ تَغِيبْ فِي ذَاتِ الله
על-עלאַווי זאָגט אַ וואָרט וואָס איז אָנגענומען
שכלים ווערן פאַרשיכורט דערמיט, זיי ווערן בטל אינעם עצמות פון אללה